פֿון קאָבי ווײַצנער
[from Forverts]
דער עלטסטער ייִדישער מוזיקער לעאָפּאָלד קאָזלאָווסקי
דאָס לעבן פֿון לעאָפּאָלד קאָזלאָווסקי שפּיגלט אָפּ די געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן אין אונדזער צײַט. קאָזלאָווסקי, געבוירן ווי קלײַנמאַן, איז געוואָרן אַן ערן־בירגער פֿון קראָקע. ער איז 96 יאָר אַלט און איז דער אַזויגערופֿענער לעצטער גאַליציאַנער כּלי-זמר. „אַ דאַנק אים — האָט דער בירגערמײַסטער פֿון קראָקע געזאָגט — האָבן מיר דערלעבט צו אַ רענענסאַנס פֿון כּלי-זמר־מוזיק אין קאַזימיר, די ייִדישע געגנט פֿון קראָקע.‟ קאָזלאָווסקי איז באַקאַנט איבער גאַנץ פּוילן. זײַנע פּליטן און טאַשמעס פֿון ייִדישער מוזיק זענען זייער פּאָפּולער אין לאַנד.
געבוירן איז ער אין 1918 אין פּשעמישלאַנע, לעבן לעמבעריק. די משפּחה איז געווען מוזיקאַליש פֿון תּמיד אָן. ווי אַ קינד, האָט ער שוין געשפּילט מיט כּלי־זמרים. ער האָט ממשיך געווען זײַן מוזיקאַלישע דערציִונג אין קאָנסערוואַטאָריום. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער פֿאַרלוירן זײַן גאַנצע משפּחה. ער איז געווען אין געטאָ, אין לאַגער, און שפּעטער האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן.
ער איז צוריקגעקומען קיין פּוילן ווי אַ סאָלדאַט פֿון דער פּוילישער אַרמיי. נאָכן פֿאַרענדיקן די מוזיק־אַקאַדעמיע אין קראָקע, האָט קאָזלאָווסקי במשך פֿון לאַנגע יאָרן אָנגעפֿירט מיט אַ מיליטערישן אָרקעסטער. אין יאָר 1968 האָט מען אים אַרויסגעוואָרפֿן פֿון מיליטער אין איינעם מיט אַלע אַנדערע ייִדישע אָפֿיצירן. דעמאָלט איז ער געקומען צו אַרבעטן אינעם מלוכישן ייִדישן טעאַטער.
Click here to read more