דעם שבת פֿאַלט אויס דער 74סטער יאָרצײַט, לויטן סעקולערן קאַלענדאַר, פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט מרדכי געבירטיג ז׳׳ל, וועלכער איז אומגעקומען אין דער קראָקאָווער געטאָ, אין 1942.
אַ לעגענדאַרע פּערזענלעכקייט אין דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק בעת זײַן לעבן, איז ער אין דער זעלביקער צײַט געווען צום־מערסטנס אַנאָנים: אַ פּשוטער סטאָליער, וואָס האָט אין זײַן פֿרײַער צײַט געשריבן לידער וועגן די אָרעמע ייִדן פֿון קראָקע, וווּ ער האָט געוווינט זײַן גאַנץ לעבן.
ס׳איז שווער אויף איין פֿוס איבערצוגעבן די וויכטיקייט און השפּעה פֿון געבירטיגס לידער. אויף דעם וואָלט מען געדאַרפֿט אַ גאַנצן אַרטיקל, צי אַ דאָקומענטאַר־פֿילם. ס׳איז כּדאַי פּשוט צו דערמאָנען, אַז פֿון אַרום 100 לידער זײַנע וואָס זענען אונדז פֿאַרבליבן, הערט מען אָפֿט כאָטש אַ טוץ פֿון זיי און זיי בלײַבן צווישן די סאַמע באַקאַנסטע ייִדישע לידער איבער דער גאָרער וועלט.
Click here to read more