Category Archives: Language seminars

חורבן־געשיכטעס אויף ייִדיש קריגן אַ ברייטערן עולם |Holocaust Histories in Yiddish Get Wider Audience

[from פֿאָרװערטס | forverts ]

געוויינטלעך, ווען אַ גראַדויִר־סטודענט פֿאַרענדיקט זײַן דיסערטאַציע, ווייסן ווייניק מענטשן וועגן דעם תּוכן, אַחוץ די פּראָפֿעסאָרן פֿון זײַן אָפּטייל.

מאַרק סמיטס דאָקטאָראַט טראָגט אָבער אַ ספּעציעלן באַטײַט, בפֿרט פֿאַר דער ייִדיש־וועלט: ער שרײַבט וועגן די חורבן־געשיכטעס וואָס פֿינף היסטאָריקער האָבן אָנגעשריבן אויף ייִדיש, און זענען במילא די אַלע יאָרן איגנאָרירט געוואָרן פֿון דער אַקאַדעמישער וועלט צוליב אַ פּשוטער סיבה: ווייניק היסטאָריקער קענען די ייִדישע שפּראַך.

סמיטס 536־זײַטיקע אַרבעט, „די ייִדיש־שרײַבנדיקע היסטאָריקער און דער קאַמף פֿאַר אַ חורבן־געשיכטע פֿון ייִדישן קוקווינקל‟ אַנאַליזירט די ייִדישע חורבן־געשיכטעס אָנגעשריבן פֿון פֿינף היסטאָריקער: מאַרק דוואָרזעצקי, ישיעה טרונק, פֿיליפּ פֿרידמאַן, יוסף קערמיש און נחמן בלומענטאַל.

די דיסערטאַציע נעמט אויך אַרײַן סמיטס איבערזעצונג פֿון דוואָרעצקיס עסיי, „פֿאַרשידן זענען געווען די וועגן‟, אָנגשריבן אין 1946.

Click here to read more

Leave a comment

Filed under Holocaust testimonies, Knowledge entries, Language seminars, Yiddish materials 4: primary sources