[from Forverts]
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך געשריבן אין אַן אַרטיקל אינעם „פֿאָרווערטס‟, אַז ווען מע זוכט אויף ייִדיש אין דער אינטערנעץ אומשולדיקע פֿראַזעס מיטן וואָרט „מיידלעך‟, באַווײַזן זיך אויבן־אָן פּאָרנאָגראַפֿישע וועבזײַטן, רעקלאַמעס פֿון קאַנאַדער זונות וכּדומה. אין יענער צײַט, פֿלעגט די זוך־מאַשין אויטאָמאַטיש איבערזעצן די געזוכטע ווערטער אויף ענגליש און אַרויפֿברענגען די שײַכותדיקע וועבזײַטן. אין אַ ווײַל אַרום, האָט דער „גוגל‟ פֿאַרראָכטן די דאָזיקע פּראָבלעם, וועלכע האָט אויך פֿאַרפּלאָנטערט די אינטערנעץ־סטאַטיסטיק
די זוך־סיסטעם האָט זיך דעמאָלט באַנוצט מיט דער קלאַסישער טעכנאָלאָגיע, באַגרינדעט אויפֿן סטאַטיסטישן אַנאַליז פֿון איבערגעזעצטע טעקסטן. אויב אַ געוויס וואָרט איז געווען בנימצא אין דער אינפֿאָרמאַציע־באַזע, האָט די סיסטעם עס איבערגעזעצט, און אויב נישט — איבערגעלאָזט ווי עס איז אָדער טראַנסליטערירט אות נאָך אות. ווי אַ רעזולטאַט, האָט דער סינטאַקס פֿון דער איבערזעצונג אויסגעזען מאָדנע און אומנאַטירלעך. נישט געקוקט אויף פֿאַרשיידענע אויסטערלישע פֿאַלן, איז עס פֿאָרט געווען מער אָדער ווייניקער פֿאַרשטענדלעך
Read more here